Thursday, October 24, 2013

Mar Lustiger, from Montmartre to Notre-Dame and to Abu Gosh

''מר לוסטיגער פון היגל מאנטמארטרע צו נאטרע דאם און איצט אן אות אין פראנצייזישעם דיירא אבו גוש''
מן המצר קראתי לה', ה' ה' חוס ורחם עלינו כולנו כיחד
כי לא יודעו ולא יבינו במחשבה יתהלכוימוטו כל-מוסדי הארץ. אני אמרתי אלהים אתם ובני עליום כולכם. אכן כאדם תמותון וכאחד השרים תפילו.
קומה אלהים שפטה הארץ כי-אתה תנחל בכל-הגוים (תהילים פרק פ''ב, ה-ח).

מיט תרגום יואש ביידיש דיזעלביקע פרק און פסוקים
זײ װײסן ניט, און זײ פֿאַרשטײען ניט,
אין פֿינצטערניש גײען זײ אום;
אַלע גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד פֿאַלן אום.
6 איך װאָלט געזאָגט, געטער זײַט איר,
און זין פֿון דעם אױבערשטן זײַט איר אַלע.
7 אָבער אַזױ װי אַ מענטש װעט איר שטאַרבן,
און װי אײנער פֿון די האַרן װעט איר פֿאַלן”.
8 שטײ אױף, גאָט, משפּט די ערד,
װאָרום אַלע פֿעלקער זײַנען דײַן אַרב.

איכה, איכנה, פארוואס און פארוואס ניט. זאל דער אויבערשטער האבן רחמנות און געבן זיין בארעםהארציקייט. פארווס שרייבן? נישט פאר מיר. מישט פאר זיך. געדענקו און באטראכטן דעם וועג און טון הודות און כבוד צו אונדזערע טעג און צו אונדזער געשיכטע, צו אונדזער דור.

איך זאל עדותן זיך מיט די מענטשען אדער די לצים וואס איך האב געטראפן אין מיין לעבן. אמתדיק איז דער מאן און פריסטער זשאן-מארי לוסטיגער\לוסטיגר געווען א נשמה פון נשימה רוחנית און אינפיראציע. אמתדיק האט ער א סך געמאכט און געפונען אין זיין קיום. איך האב דעראיבער געשריבן אין מיין בלאג דא אונטער טיטלען פון ''עקזיסטענץ\קיום''. די קשיא קומט ניט פאר צו משפטן אדער זאגן ווערטער פון קללה אעזער דעם מאן וואס מר לוסטיגער איז געווען. זאל דער אויבערשטער נעמען אים טון דעבן אים די אייביקע רו, זצ''ל. דאס קענען מיר בכלל ניט וויסן.

איך שרייב אין יידיש ווייל די מאמע-לשון איז די שפראך פון מיין נשמה. מר לוסטיגער האט פון מיר געהערט יידיש און איך האב געגעבן צו זיין טאטען ז''ל צו לייענען דעם תנ''ך אינעם תרגום יואש. יידיש איז מיין לשון און זיין טאטע האט אויך געלייענט א סך ביכער, וואס איך האט געבראכט און געגעבן ווי מתנות.

מיט דעם תנ''ך איז דאס געווען א גרויסער חידוש און איבערראשונג. דער טאטע פון מר לוסטיגער איז געווען א וווילער ייד, א שיינע נשמה. ער קאן לייענען און שרייבן עטלעכע ווערטער אין דער מאמע-לשון.

ער האט ניט קיינמאל געלייענט דעם חומש און תנ''ך. דאס איז געווען פאר מיר א טיפער חידוש און א פארפאלענע זאכע. דער מאן וואר שיין, זיסער אלטער מענטש, וואס האט צו פיל צו פיל געליטן אין זיין לעבן. איצט קענען די לייט פארשטיין אז ער האט מקבל געווען די קאטאלישע טבילה מיט זיין פרוי און מיט די קינדער, אזוי צט זאגן מר הכהן-דת און צוקונפטיקער עתידיקער בישויף אין אורךעאן און ראש הכנסייה הקתולית שבפאריז הבירה.

דער טאטע האט ניט געוווסט שום דבר על התורה ועל התנ''ך. ער האט געלייענט די צוויי חומרים פון דעם תרגום יהואש מיטן העברעישן טעקסטן און מיט דעם תרגום יהואש. ער האט דאס געלייענט ווי ער וואלט לייענען א דעטעקטיוו-בוך. גיך,פריילעך. ער האט אויך געגעסן מארמעלאדען.

די בעיה קומט אז נאך דער לייענונג האט ער געגעבן א קלינג צט זיין זון און געפראט צו ענטפערן עטלעכע פשוטע שאלות. דער זון איז געווען פאר מיר אין א מריבה, א משיגענע צייט פון דריי פולע שעות. דער מע ווייז איצט וואר געשמדט געווארן. מיטן זון. בעת דערזעלביקער טבילה און מיט דער גאנצער משפחה. אבער דער זון האט פארשטאנען אז זיין טאטע האט ניט קיינמאל בכלל געלייענט די תורה.... ער איז געווען אין א שרעקלעך שאקירט. זייער שאקירט. א וווילער מאן און אן אמתדיקער בונדיסט. ניט אזוי אן אפיקאראס. א ייד געבוירן אין א פוילישער שטאט, נו גוט אין בענדזשין.

אזוי דער טאטע און דער זון מיט דער שוועסטער פון מר לוסטיגער זיינען געווען מקבל די טבילה בעת דער צייט פון דער שואה און חורבן. נאך דער מלחמה זיינען די קינדער געבליבן קריסטן און ניט קיינע ''משומדים'' לויט זייער מיינונג.
מר לוסטיגער איז תמיד געבליבן א מאן פון טיפער רוחנות, מיט אמתדיקער אינספיראציע און איינזיכטן, אינטויציעס. ער האט פארשטאנען און געוואלט פאזיציונירט ווי א מאן וואס האט געוויילט פראנקרייך און די פראנצייזישע קולטור. ער האט ניט געווסט יידיש אדער העברעיש. די מסורת איז געבליבן פרעמד פארן מאן און פארן פריסטער. אבער ער איז ניט געווען א ''גלח''. ער האט געוויילט דעם וועג פון דער אמונה אין דער קאטאלישער קירכע. טאמער האט ער געפונען עפעס באזונדערש און מיוחד מיט דער פרוי וואס האט אים געפירט אין ארלעאן צו דער טבילה און דער אמונה אינעם משיח ישוע.
איך בין געווען זיין ''ברודער'' און מיר האבן געטראפן פשוט אין דער קירכע פון סינט זשאן דע שאנטאל ווו מר לוסטיגער האט געדינט, א ביסל אין דער גלות פאר אים. דא האט ער געכאפט א גרויסע נסיון פון ווארער אמונה ביי די קריסטן. ער איז ניט געבליבן מיט סטודענטען, נייערט האט דרשות ארויסגעזאגט, צעלעברירט און געעדותט אז די ווורצלען פון ''קריסטענטום'' גייט צוריק צו דער אנטפלעקונג פון די יידישער אמונה שלמה.

די השגחה האט געוויזן א סך ברכות צו מר לוסטיגער. די ווארע אצתדיקע השגחה, עפעס פון אן עצבא-ה'. דער מאן האט מיך ניט קיינמאל געהערט איבער דעם פארלוסט פון די מייניקעס, וואס זיין דפארטירט געוורן פאר א טייל אין פאריז פון דעם קווארטאל פון זיין קירכע איו דרום-מזרח פון פאריז הבירה. ער האט גורכגעקומען דעם הפקר. אנדערע, ניט פראנצייזישע ווי ער איז געבוירן געווארן האט דאס ווי מיין משחה אנדערש דערלעבט. דא איז געווען א גרועסער אונטערשיד צווישן אונדז.

ער האט געזאלט פליזענדיק רעדן און פארשטיין יידיש און פויליש און ניט איך. דער וועג האט דערשינען פארקערט! עפעס פון דער טראדיציע אבער זייער שווער אנצונעמן אין אונדזערע סיטואציע.

ער האט מיר געגעבן די שמיכת שמש אין נאטר דאם און דער אב פאטער קורט הרובי וואר מיט מיר. געדענקניש אז דער פריסטער פון אויסטעררייך און א פולער רב און כהן-דת האט געהאלפן מר לוסטיגער מיט זיין פארבינדונג מיט זיין טאטען נאך דער מלחמה.

מעכטן ביום 23 באקטאבער 2013 האט מען געווידמעט א דענקמאל לכבוד מר לוסטיגער אין דעם פראנצייזישען און בענעדיקטינישן דירא אדער קלויסטער פון אבו גוש. א פלאץ אין ישראל וואס געהערט צו פראנקרייך און ווו מען בעסער און ווילער בעט אויך לאטיין און פראצייזיש מיט א ביסל העברעיש. ארבערס ווינען אינעם דארף, אויך א סך קריסטן. עז דערציילט פון א געמישטע און שיינע געזעלשאפא. דער מנזר און אויך ני ווייט פונעם פלאץ א צווייטער דיירא איז קאנטראלירט פון די פראנצייזישע מאכטארנאנען וואס פלכגן פון דעם לאנד וואס בלייבט פראנצייזיש.

מר לוסטיגער האט אפטאמאל באזוכט דעם פלאץ מיט וועמען ער האט נאך געווען אין פארבינדונג אין דער פראנצייזישער נארמאנדיע (בעק העלאוין). דער היימטיקער קרדינל ווינט-טרוא האט געארבעא מיט און פאר מר לוסטיגער פון זייער יונגע יארן. דאן קיכאטע און סאנטשא פאנזא. דער תלמיד האט געוווסט ווי צו אפצוקילן די ציגעס און אוראציאנאליטעטן פון מר לוסטיגער. א געפילטע און לאקירטע קאטשקע. ניט דער עילוי ווי מר לוסטיגער וואס האט געהאט א סך שכל, איז געווען קלוג און אינטליגענט... אבער נו, א ביסל פאסקודנע. עם הארץ אין א סך זאכן און טעאלאגישע מעשעס אבער הורמאר און וויץ. אויך א פארפירער.

ער האט געהאלפן א סך אין און פאר זיין קירכע. די היינטיקע פראמצייזשע חברה בענקט אים און אויך די קריסטן און ניט-קריסטן אין פראנרייך. ער פעלט אין די הארשע דיקוסיעס, שאלות תשובות מיט די זשורנאליסטן. די לאקאלע קירכע פארשטייט ניט ווי צו רעדן מיט ''גוים'', מענטשען פון א געזעלשאפט וואס זיינען אוועקגעצויגן פון דער אמונה און לעבן אין אלגעמעענעם מישמאש.

מען האט געהערט פאר דער לויה פון מר לוסטיגער ווי א פלימיאניק האט געזאגט קדיש און א יונגער מאן פון דער משלחה האט דערנאך געלייענט א פרק פון ספרק תהילים. גם חידוש.

אבער די רבונים זיינעם ניט געקומען. דער פויפסט יוחנן פאולוס ב' האט געפראגט די פראנצייזישע רבנים צי איז דאס ניט שאקירנדיק צו דערנענן א בישוף אין ארלעאן ווו מר לוסטיגער האט מקבל געווען די אות פון דער טבילה בעת דער מלחמה. די רבנים האבן געענטפערט צו דעם פויפסט אז מר לוסטיגער איז ניט קיין ייד, וואר געבוירן א ייד אביר איז ניט צוריקגעקומען צו יידישקייט נאך דער מלחה.

מען מוז רעספעקטירן אזאלכן וועג. אבער די יידן האבו רעכט. א יומגער מאן קען ניט אזוי ענטפערן אז ער איז א ייד און בלייבט א ייד ווען ער דערקענט ניט די רשות פון די רבנות, באזונדערש נאך דעם חורבן.

אמתדיק האט ער א סך געטאן פאר דער פארבינודומע פון קריסטן מיט יידו. עטלעכע יידן און רבנים האבן גערעדט מיט פרייד מיט אים. ער האט געהאלפן מיט כוחות-מוח און געפירט א ווארע מלחלה קעגן די פריסאערס אין פוילן.
מיט די חרדים דאס נאך אן אנדערע מעשה! די יידן פארשטיין תיקף ווען א משומד (דאס איז אזוי פאר אלע יידן וואס טראטן ארויס פון דער קהילה) קען העלפןצ ווען ער וועט א מוצלח אין אן עולם וואס דערקענט ניט די ווארע יידישקייט. דער חרם קיז מקיים געווארן און ער בלייבט בכח.

אבער די תוקוה איז תמיד דטערקער ווי טויט און שנאה.

מיר שיינט, ווי א מענטש וואס איז אין ארץ ומדינת ישראל אז ניט קיין ייד דארך פארלאסן די קהילה ווען ער קענט ניט די מסרת גוט און גאנץ אין העברעיש, אראמעיש און יידיש. מען איז ניט  א ייד ווייל אונדזערע משפחות זיינען געהרגנט געווארן בעת די פאגראמען און בעת דער שואה און חורבן. מען מוז אויך רעזפעקטירן די יידישע ירושה צו דער פול און זיין ביטול די ווירקלעכקייט פון די זייניקעס.

מען דארף אוי ניט שרייבן ווי אן אינצח-געגער. די ערשטע שליחים יא האט געקאנט זאגן אז זיי זיינען ניט אוועקגעגאנגען פון דער יידישער וועלט. ביז דעם 4-טן יארהונדערט איז דאס געבליבן אומקלאר. אבער שפעטער יא. און דער חרם איז נאך היינט בכוח.

דאס איז א נס אז מר לוסטיגער האט א דענקמאל ביים אבו גוש און דאך נאך אין פראנקרייך. ער איז געווען א פראנצוייזישער מאן פור קולטור, שפראך, שכל טוב. און אבו גוש איז טשיקאווע מיט דער מעגלעכקייט צו פארזאמלען מענטשען פון אלע דתות און כוונות.

ניין, דער מר ווינט-טרוא טוט א טועת ווען ער דערקחרט אז נימאנד האט פארגעסן פארשיידענע דרשות און ווערטער וואס מר לוסאיגער האט געזאגט, אין זיינע באגעגענישן מיט חרדים און ארטאדאקסישע יידן. אין אף אחד להזכיר המילים שלו! און דאס איז א שאנד. ס' פעלט היינט אין די איראפעישע לענדער.

מיא קרדינל דעקורטרע פון ליון זאל נקמה געווינען איבער שנאה און זאל דער מר לוסטיגער ווערן אן אות פון ברכה, מחילה און תקוה.

נימאנד האט באמערקט אז דער דענקלמאל איז פרעזענטירט געווארן בטאג פון מר יעקב פאר די ''ארטאדאקסישכן קריסטן וועס פאלגן דעם נוסח המערבי.
אב אלכסנדר אברהם בן ברוך (וינוגרדסקי פרנקל)